top of page
Search

Having More Children = Boost in Income

It is the dream of every Jewish parent to be able to add another precious yiddishe neshama into their family. The question, however, is at what cost?

Should you have more children if you are unsure that you have the financial means to do so?

In the following letter from the year 5712, the Rebbe radically changes our perspective on how to view the value of a Jewish child. Unlike the worldly view that additional children mean additional costs and additional financial strains, it is quite the contrary when it comes to Yiddishe children. Every additional Yiddishe child brings along with it additional brachos for the home both spiritually and financially; it is only incumbent upon us to create a proper keli to receive these abundant brachos: 

ב"ה, ב' סיון, תשי"ב ברוקלין. שלום וברכה! …מיט פרייד האב איך געלייענט, אז דער קימפעט פון אייער פרוי תחי' איז אדורך בשלום און זי האט געבארען א זון וועמען מען האט א נאמען געגעבען... שי'. השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר צוזאמען מיט אייער פרוי, זאלט מגדל זיין עם מיט אייער עלטערן זון שיחיו, לתורה לחופה ולמעשים טובים ומתוך פרנסה בהרחבה. אין אייער [בריף] דערמאנט איר, וועגען אייער זארג פאר פרנסה, דארפט איר געדיינקען דאס וואס עס שטייט אין די הייליקע ספרים, אז ווען עס ווערט געבארען א זון, איז דאס א סימן ברכה אין הויז, און אויך אין דעם פרנסה, און בכדי אויף צואיילען דאס, דארף מען זיין שטארק אין בטחון צו השם יתברך, וואס ער ברוך הוא איז דער זן ומפרנס לכל, און וויל געבען מידו המלאה, נאך א זאך דארפמען געדיינקען, אז מען דארף מאכען כלים, צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, וואס בכלל איז דאס די ענינים פון תורה ומצות, און בפרט דאס געבען צדקה, און אויב עס דאכט זיך א דוחק אין פרנסה, דארפמען דענסטמאל געבען צדקה מער ווי פריער, בכדי אויף צו ווייזען השם יתברך דורך דעם, אז מען האט גרעסערע באדערפענישן אויף צדקה, במילא וועט ער געבען מער פרנסה ווי פריער, און השי"ת זאל העלפען אייך און אייער פרוי שיחיו אז איר ביידע זאלט זיין שטארק אין בטחון, און זאלט בקרוב זעהען אז די ברכה פון השם יתברך ווערט מקוים מיט פרנסה בהרחבה. בברכה צום גוטען געזונט פאר אייך אייער פרוי און אייערע קינדער שיחיו און א פרייליכען יום טוב שבועות. נ"ב: איר האט ניט געשריבען אויף וואס איר שיקט די געלט, האב איך דאס איבערגעגעבען צום מרכז לעניני חינוך, אלס א גוטע התחלה פאר דעם תורה חינוך פון אייער ניי געבארענעם זון לאריכות ימים ושנים טובות.

אג"ק ח"ו אגרת א'תרד


The following clip is a video from the Yud Shvat farbrengen of תשמ”א, in which the Rebbe addresses the above-mentioned issue and shares a timeless lesson on how one is to approach it:


bottom of page